יוסף קערלער / דאָס געזאַנג צווישן ציין

Thursday, November 23, 2006



*

צו ערשט געווען איז –
חושך על־פּני תהום
און מיט מיין זינדיק,
בייניק לייב
האָב איך דעם חושך אויסגעהאַקט,
ווי מיט אַ לאָם...
איך האָב זיך דורכגעבראָכן
צו דער זוניקייט
און צו דער שיינענדיקער מענטשן־פּאָר
אין שאָטן פונעם בוים.
און טונקלער פאַר מיין פּראָסטער וואָר
פאַרבליבן איז דער שענסטער טרוים –
אַ זאַפטיקע, אַ פרישע,
פּונקט ווי נאָך אַ רעגן
איז דאָס לאַנד פון מיינע קינדסקינדער
פאַר מיר געלעגן...


0 Comments:

Post a Comment

<< Home