יוסף קערלער / דאָס געזאַנג צווישן ציין

Thursday, November 23, 2006


לאָז מיך!

גראָד וואָלט אויסגעזען גאַנץ מענטשלעך
זאָלסט אין וועג אַריין מיך בענטשן...
ס'איז, נישקשה, עפּעס ווערט
אויך מיין בלוט פאַר אָט דער ערד,

אין די נעכט מיין קאַלטער שווייס,
ווען דיין אמת לעשט זיך אויס...
ס'קאָסט, נישקשה, מיר גאַנץ טייער
אויפן שניי־זאַוויי דאָס פייער.

ס'האָבן דיינע בייזע פרעסט
ביז אַ טראָפּן אויסדעפּרעסט
סיי מיין פרילינג, סיי מיין זומער,
ביז צו זיך איך בין געקומען.

ס'וואָלט געוועזן עכט און מענטשלעך
זאָלסט אין וועג אַריין מיך בענטשן!
אָבער מענטשלעכקייט און עכטקייט
ביי דיין שוועל, ווייזט אויס, ניט נעכטיקט.

האַלטסטו אויף דער קייט מיין האַנט,
לאָזסט ניט אָפּ פון זיך – קיין שפּאַן,
האָסט מיך פעסט אַרומגענומען,
האָסט מיך פּלוצעם... ליב באַקטמען.

לאָז מיך, –
וואַרף מיר נאָך אַ שטיין –
וואָלט ניט זיין אַזוי געמיין!

1970


0 Comments:

Post a Comment

<< Home