יוסף קערלער / דאָס געזאַנג צווישן ציין

Thursday, November 23, 2006



פון אַל די ווייט

פון אַזעלכע מוראדיקע,
שרעקעדיקע שטרעקעס,
זיינען זיך צונויפגעלאָפן –
מערב,
מיזרח,
צפון,
דרום...
און קיין פּלאַץ ניטאָ שוין
אויסצושטרעקן
מיין בענטשנדיקן אָרעם – –
ראַנד אַנטקעגן ראַנד,
ווי וואַנט אַנטקעגן וואַנט,
איך – אין מיט,
ווי זיין וואָלט איך אין קאַרצער – –
אָ, ווי מעכטיק און גערעכטיק
איז די בענקשאַפט פון מיין האַרצן,
צוימען זי –
פון גאָר דעם רחבותדיקן לאַנד
זיינען זיך צונויפגעלאָפן
מזרח,
מערב,
דרום,
צפון!


1970



0 Comments:

Post a Comment

<< Home