יוסף קערלער / דאָס געזאַנג צווישן ציין

Thursday, November 23, 2006




זאָל מען ניט געפּרואווט ווערן

זאָל מען ניט געפּרואווט ווערן
צו וואָס מען קאָן געוואוינט ווערן:
צו געזאַלצנס – אָן אַ טראָפּן וואַסער,
צו שפּייז אָן זאַלץ
און צו וואַסער – איבערן האַלדז...

צו טאָג אָן זונענשיין,
צו נעכט אָן שטערן
און צו דער טורמע־שטייג
מיט שלעסער שווערע.

און איך – פון ווייסעך ווען –
בין שוין מיט אַלץ געפּרואווט געווען,
און דאַנקען גאָט:
צו גאָרנישט ניט גיוואוינט געוואָרן,
פון צאָרן ניט אַנטוויינט געוואָרן.

1959


0 Comments:

Post a Comment

<< Home