יוסף קערלער / דאָס געזאַנג צווישן ציין

Thursday, November 23, 2006



אין מיטן העלן טאָג

ביי דער פולער זונענשיין,
אין מיטן העלן טאָג –
צווישן מענטשן האָבן וועלף
אַ מענטשן אָנגעיאָגט.

איינע – האָבן זיך געמאַכט:
מע זעט, מע הערט ניט גאָרניט.
אַנדערע – געוואָרגן זיך
מיט אויסגעשריי אין גאָרגל.

דריטע – האָבן שטיל און פרום
גענומען גומל בענטשן,
ווען ס'האָבן וועלף אין מיטן טאָג
פאַרצוקט אַ מענטשן.



0 Comments:

Post a Comment

<< Home