יוסף קערלער / דאָס געזאַנג צווישן ציין

Thursday, November 23, 2006



אַ משל

אין טריבונאַל האָט מען געבראַכט צו פירן
דאָס מעסער מיט דער רוט
און זיי באַשולדיקט אין פאַרגיסן
יידיש בלוט.
– צי אָנערקענט איר אייער שולד? –
האָט שטרענג געפרעגט דער ריכטער.
די רוט זאָגט – יאָ,
דאָס מעסער ענטפערט – ריכטיק.
און שטיל און פרום
זיך שאַרן ביי די ווענט
די ריין־געוואַשענע תליונים־הענט...
קומט דער פאַרדראָס
און צאָרנט אויס – "פאַרוואָס?!
גוואַלד, יידעלעך!
מע פירט אייך פאַר דער נאָז!"
נאָר ס'ענטפערט אַ משומד,
אַ יורי־פּראָפעסאָר:
– ווער בעט אייך זיך פאַרלאָזן לאַנגע נעזער?
קומט אָן דאָס נימשל,
פּסקנט מיט אַ ניגון:
דער אמת ווערט היינט האַלב־פאַרשוויגן
און דאָס איז ערגער
פון דעם ערגסטן ליגן!




0 Comments:

Post a Comment

<< Home