יוסף קערלער / דאָס געזאַנג צווישן ציין

Thursday, November 23, 2006



*

צי דאַרפסטו מיך נייטיק,
דאָס ווייס איך ניט. איך –
באַדאַרף דיך ווי אויגן
באַדאַרפן דאָס ליכט,
ווי לונגען – די לופט
און ווי וואַסער – אַ פיש,
ווי קאָרענעם לחם – אַן אָרעמער טיש.

וואוהין כ'זאָל ניט קערן,
און וואו כ'זאָל ניט זיין –
מיין איינציקער שטערן,
מיין איינציקע שיין,
מיין איינציקע פרייד
און מיין איינציקע פּיין –
צו דיר כ'וועל געהערן,
מיט דיר
וועל איך זיין!


0 Comments:

Post a Comment

<< Home