יוסף קערלער / דאָס געזאַנג צווישן ציין

Thursday, November 23, 2006




להכעיס

אָט זעט איר, יאָר נאָך יאָר –
איך ווער צו זיך אַליין
אַלץ מערער ענלעך
און ביז צום צענטן דור
דאָס בייזע אויג
דערקענט מיך...

און צווישן טויזנטער,
עס טיילט מיך אויס
און יאָגט מיך האלדז־און־נאַקן
אַלץ פאָרויס, –
כ'זאָל דווקא מיט די יאָרן
זיך שפּירן
ווי אויפסניי געבאָרן!

וויי, וויפל וואָלטן שוין
אויף אַלע פיר געקראָכן
ווען ס'וואָלט מיין לעבן ניט געווען
אַ לעבן אויף צו להכעיס.


0 Comments:

Post a Comment

<< Home