יוסף קערלער / דאָס געזאַנג צווישן ציין

Thursday, November 23, 2006



*

בלאָנדזשען בלאָנדזשע איך
אין דער פינצטער,
טאַפּנדיק אַ וואַנט אַ טויבע,
אָבער זיין וואָלט איך געקאָנט
אַ זשעדנע פענצטער
מיט לבנה־אויסגעקושטע
שויבן...

אָדער גאָר – אַ שטראָם געשליפן וואַסער
דורך־און־דורכזיכטיק...
צי איז עס אָבער נייטיק:
נייגעריק איז יעדער פּוסט־און־פּאַסניק
טיף אַריינקוקן –
צי לייכט זיך דאָרט מיין ווייטיק...




0 Comments:

Post a Comment

<< Home