יוסף קערלער / דאָס געזאַנג צווישן ציין

Thursday, November 23, 2006





5 יוני 1967

דאָס האַרץ – אין ברוסטקאַסטן,
ווי אין אַ טורמעשטייג,
און איך אַליין – צו גראַטעס
צוגענאָגלט בין איך,
נאָר דו, מיין עץ־החיים,
בייגסט צו מיר אַ צווייג
מיט אויפרייספולע פרוכטן
פון דיין שנאה...

דאָס אַש פאַרוואַנדלט זיך
אויפסניי איצט אין געביין
און ביין מיט בלוט און פלייש
אויפסניי טוט אָן זיך...
זיי שפּאַנען שווייגנדיק,
נאָר ס'רעדט פאַר זיי אַ שטיין,
אַ שטומער שטיין
פאַר אַלע זעקס מיליאָנען.

הייב אויף דעם שטיין,
ניטאָ קיין בעסער וואָפן!
אָ, סאַברע־יונג,
מיין בענקשאַפט און מיין האָפן;

אָ, סאַברע־יונג,
אין קרייז פון פיינדלעך פייער
ביי דעם צעשניטענעם ירושלים,
אין מדבר־ווירבל
פון דעם קאָכעדיקן נגב,
הייב אויף דעם שטיין
פון וואָגלענדיקע וועגן –
דאָס איז מיין האַרץ
פון שטייג אַרויסגעפליקט,
דאָס איז דער שטיין,
מיט וועלכן דוד האָט געזיגט!


0 Comments:

Post a Comment

<< Home