יוסף קערלער / דאָס געזאַנג צווישן ציין

Thursday, November 23, 2006



קוימען־קערער

לאַנג שוין שמעקט ניט אונדזער קוימען
מיט קיין קוימען־רויך,
ווי זשע קומט אַ קוימען־קערער,
דאָרטן, אין דער הויך?

ס'רודערט ניט קיין קוימען־קערער
ערגעץ לעבן דאַך,
נאָר אַ שוואַרצער טרוימען־הערער
טאָג־ווי־נאַכט איז וואַך.

און ס'כאַפּט אויף זיין זשעדנע אויער
פלייסיק און געטריי –
פּיצלעך פרייד און שטיקער טרויער,
רייד און שושקעריי.

און מיט קלעפּיקע פאַרדאַכטן
וועבט ער אַלץ אַרום,
אַלץ – באַזונדערס ווען סע דאַכט אים,
אַז איך שטום,

נאָר מיין שווייגן,
גראָד מיין שווייגן
האַלט איך פעסט
ווי אין אַ שטייגל...

ס'איז נאָך, קלער איך,
גאָט צו דאַנקען,
וואָס מע הערט ניט
קיין געדאַנקען.


0 Comments:

Post a Comment

<< Home