יוסף קערלער / דאָס געזאַנג צווישן ציין

Friday, November 24, 2006



צו איינעם אַזאַ

"איך זוך אַלץ תירוצים צו וואַשן דיך ריין..." (א. גאָנטאַר)

און איך, זעסטו, זוך קיין תירוצים ניט, ניין,
און כ'הייב ניט די פּיין קעגן דיר
ווי אַ שטיין –
בלויז איינס וואָלט איך וועלן,
כ'וואָלט וועלן פאַרשטיין:
צי טרעפט כאָטש אַ מאָל –
דיין געוויסן דערוואַכט,
ס'ווערט האַרט דער צוקאָפּנס
אין מיטן דער נאַכט?

צי בלויז דעם געקריוודעטן
קומט אַזאַ שטראָף,
צי בלויז דער באַעוולטער
ווייסט פון קיין שלאָף?
די אויגן צעשפּאַרט – ער געפינט זיך קיין אָרט,
ער טאַפּט אין דער פינצטער
דאָס נייטיקע וואָרט
און, דאַכט זיך, – אָט פלעמלט עס
הילפלאָז און שוואַך, –
דאָך ווידער פאַרשלינגט עס
די שלאָפלאָזע נאַכט...
און ס'בלייבט אים ניט מער –
דאָס בייז־וואונדער אַליין –
דער חושך פון קיינמאָל ניט קענען פאַרשטיין.


0 Comments:

Post a Comment

<< Home