יוסף קערלער / דאָס געזאַנג צווישן ציין

Sunday, January 21, 2007

*

ס'וויל ניט מיין וויי קיין געוויין,
ס'וויל ניט מיין וויי קיין געשריי,
ס'וויל אין דער בלויקייט פאַרגיין
ווי וואָלקן, ווי ווייסער – מיין וויי.

ס'ווייסט ניט מיין וויי קיין טרויער,
ס'ווייסט ניט מיין וויי קיין ענגשאַפט,
ווי מעוועס, ווי ווייסע,
ווי כוואַליעס בלויע –
מיין בענקשאַפט.





0 Comments:

Post a Comment

<< Home