יוסף קערלער / דאָס געזאַנג צווישן ציין

Thursday, November 30, 2006




*

כל־זמן דער ווייטער שטערן
אין מיין טרער זיך שפּיגלט אָפּ –
פון זיך אַליין כ'בין העכער אויף אַ קאָפּ
און כ'וועל זיך ווערן.



*

וואָס קאָנסטו טאָן ווען דיר באַשערט
איז דווקא דאָ געבוירן ווערן.
נאָר אויב אַ צופאַל איז די ערד,
איז דאָך קיין צופאַל ניט דיין שטערן!





0 Comments:

Post a Comment

<< Home