יוסף קערלער / דאָס געזאַנג צווישן ציין

Friday, November 24, 2006




מיט צען יאָר שפּעטער

כ'ווער מיט יאּרן אּפטער אַ באַגלייטער
פון לוויות. כ'בין אָפטער שוין אַ טרויעריקער גאַסט
ביי קברים טייערע. אויך אונטעקוועגנס, היינט,
באַזוכט האָב איך דיין דענקמאָל, מורה־דרך מיינער,
דיין אָפּגעהאַקטער קאָפּ
ז'געווען פאַרשנייט...
און כ'שווער, אַז ניט געשפּירט האָב איך
דעם פלאַקערדיקן פראָסט, ווייל אויג־אויף־אויג
מיט דיר אַליין פאַרבליבן כ'בין
אין אָט דער גרויסער האַרבער וועלט
און דאָך –
היינט האָב איך ווייניקער זיך איינגעהערט
אין דיינע קלוגע פּסוקים,
פאַרהערט האָב איך דיין פאָטערלעכן מוסר,
כ'האָב היינט ניט אויסגערעדט מיין ביטער האַרץ,
ניט אויסגעטענהט האָב איך זיך,
ווי כ'טו געוויינטלעך...

כ'האָב מיט דער דלאָניע אָפּגעשאַרט דעם שניי,
באַפרייט פון אייז דעם טאָוול און דעם שטיין
צופוסנס דער מצבה, אויסגעגלייכט דאָס שטעגעלע
צו איר, פאַרריכט די קברים־בלומען קינסטלעכע
און פרישע כוואָיע־צווייגלעך אויסגעשפּרייט
ביים דענקמאָל...

נאָר פּלוצעם האָט מיט חוזק זיך
אַ הייב געטאָן דיין ברעם
און ס'האָט אַ ברי געטאָן דיין לעבעדיקער בליק:
"אַזוי, אַזוי, דו ביסט צופרידן, יוספקע –
כאָטש קיינער זעט עס ניט און דאָך –
ווי טיכטיק ביסטו
און ווי טריי מיין אָנדענק...
ווי הערלעך!
דערפאַר טאַקע ביסטו צו מיר געקומען,
כדי אַ בליק טאָן פון דער זייט אויף זיך אַליין?"

און לאַנג האָט נאָך געקלונגען דיין געלעכטער,
ווען כ'בין פאַרשעמט אַוועק פון דיר...
נאָר ערגעץ האָט אַ פונק פון פרייד געטליעט:
ס'לעבט אין מיר דיין חוזק!

1969



0 Comments:

Post a Comment

<< Home