יוסף קערלער / דאָס געזאַנג צווישן ציין

Friday, November 24, 2006



ווידער האַרבסט

געטריבן פון ווינט,
וועלכער שמייסט מיט די בלעטער,
סע איילט זיך
מיין זוניקער, הארבסטיקער וועטער,
אַזוי ווי ער וואָלט זיך
פון ערגעץ פאַרשפּעטיקט

און ס'קלינגען זיך איבער
אין פּיינלעכע זילבן
דאָס האַרבסטיקע גאָלד
מיט מיין אייגענעם זילבער,
וואָס רוישט איבער קאָפּ
מיט פאַרפלויגענע יאָרן,
מיט אַלץ וואָס דעראָבערט
איך האָב
און פאַרלאָרן...

און ס'קלינגען זיך איבער
די בושלען־געשרייען
מיט אַלץ, וואָס איך וועל שוין,
ווייזט אויס, ניט פאַרשטייען.

האָסט ווידער שוין האַרבסט
אין מיין האַרצן פאַרקאַרבט –
אַ בענקשאַפט אַזעלכע,
כאָטש לייג זיך און שטאַרב!

1968




0 Comments:

Post a Comment

<< Home