יוסף קערלער / דאָס געזאַנג צווישן ציין

Friday, November 24, 2006




געבראָכענע ריטמען

טויזנט שווערע מיילן
דורכגעשפּאַנט,
ביז גענומען כ'האָב
די פּען אין האַנט.

אַזאַ יאָר אויף ניט־פאַרגינער,
סאַראַ ספּאָרט –
רייסן פון דעם האַרצן
וואָרט נאָך וואָרט!

און דערביי נאָך,
זינגענדיק צום טאַקט.
און דערביי נאָך –
קנייפּנדיק אַ באַק,
אַז ניט וויסן
קיינער זאָל מיין וויי,
(כ'בין דאָך פאָרט,
ווי זאָגט איר דאָרט,
אַ "פרייער סאָלאָוויי"...)

באָרוועס איבער שטעכדראָט
זיך געלאָזט,
טויזנט מיילן קרוע־בלוע
דורך אַ פראָסט,
ביז די פּען אין האַנט אַריין
זי קומט,
ביז דאָס וואָרט מיינס
פּלוצעם זיך צעברומט
ווי אַ זויגלינג,
שטראַלנדיק פאַר וואונדער,
ווי אַ פויגל,
פאַלנדיק פאַרוואונדיקט.

אַזאַ יאָר אויף ניט־פאַרגינער
סאַראַ פאַך.
ברעך איך מיינע ריטמען
און איך לאַך...




0 Comments:

Post a Comment

<< Home