יוסף קערלער / דאָס געזאַנג צווישן ציין

Friday, November 24, 2006




ביים אַנטהילן דעם דענקמאָל פון מיכאָעלסן

דיין שטאָלצער, אָפּגעהאַקטער קאָפּ,
מיר דאַכט זיך, פּלוצעם גראָ ווערט,
ער הייבט די ברעם די בראָנדזענע
פאַרחידושט:
– געקומען זייט איר היינט
מיר אָפּצוגעבן כבוד
און לאָזט ניט צו צו מיר
מיין מאַמע־לשון יידיש?

דאָ זיינען פריינד,
סיי אייגענע, סיי פרעמדע
און אפשר אומפריינד
זיינען אויך געקומען...
צי שטייט כאָטש הינטער זיי
פאַרשעמט און שטיל –
מיין לשון,
ווי אַן אָרעמינקע מומע?

די שפּראַך פון מענדעלען,
די שפּראַך שלום־עליכמס
און אויך די נייע קרוין
פון מיין שעקספּירן.
אַהער, מיין טרייער לץ,
באַהיט מיך מיט דיין שמייכל –
מיין וואָרט, מיין קרוין,
צוזאַמען מיט דער וועלט
אויפסניי פאַרליר איך!

צי אפשר וויל גאָר אויסמיידן
אַליין דאָס וואָרט
די דאָזיקע, מישטיינס געזאָגט,
מקומות,
ווייל ס'וואָרנט,
ווי אַ שוואַרצער פינגער אים,
פון אָט דעם אָרט, –
דער לאַנגער קרעמאַטאָריע־קוימען?

נאָר ניין!
די קלאָרע וואָר איז –
פון שרעק אַזעלכע איז מיין וואָרט
באַוואָרנט:
דורך פּיין און בלוט,
דורך היטלערס קרימאַטאָריעס
קיין זילב קיין איינציקן
האָט יידיש ניט פאַרלאָרן!

טאָ וואו זשע, פרעג איך,
איז מיין שפּראַך,
מיין האַרץ, מיין אָטעם
און מיין דאַך
איבער דעם קאָפּ
דעם בראָנדזענעם,
דעם אָפּגעהאַקטן?

1959


0 Comments:

Post a Comment

<< Home