יוסף קערלער / דאָס געזאַנג צווישן ציין

Friday, November 24, 2006




שטשי

צי ווייסט איר דעם טעם
פון רוסישע שטשי?
אויב ניין, – וועט איר זיכער ניט שטאַרבן –
נאָר סע ברויזט אין מיין פּשוטן
יידישן שיר
די זויערקייט אירע, די האַרבע.

ניט אויסמיידן וואָלט מיך
דער בייניקער טויט,
די צייט וואָלט מיך ערגעץ
פאַרלאָרן,
ווען ניט אָט דאָס מאכל
פון זויערן קרויט,
די מאָגערע זיינע קאַלאָריעס!

מיט פּויערשע הענט
האָט דאָס מאכל געשמעקט,
מיט שווייסיקע, דעמבענע פעסער,
זיין ריח, ווי רויך פון אַ שייטער
וואָס וועקט
פאַרפרוירענע, גרויע מעת־לעתן.

אין וואַכע טראַנשייען
מיט שנייען פאַרשיט,
ווען אַ קויל האָט געשפּילט
מיט מיין דאָליע,
דאָס טייערע מאכל,
די רוסישע שטשי
פּאַסמאַקעווען פלעג איך פּאַוואָליע
אַ שלונג נאָך אַ שלונג...

אויך אין קאַלטן באַראַק,
ניט היינט געדאַכט, ערגעץ אויף צפון,
כ'האָב געבריט זיך מיט שטשי,
כ'האָב געכליעפּטשעט געשמאַק,
ווי ס'פּאַסט פאַר אַן עכטן דיסטראָפיק.

צי ווייסט איר דאָס מאכל
וואָס כ'לויב אַזוי הייס?
אויב ניט, – זייט איר אויך ניט בדלות!
געמישט איז דאָס מאכל מיט ביטערן שווייס,
נאָר ניט מיט קיין גיפטיקער גאַל איז.
און כ'גלייב,
ס'וועט נאָך קומען
די גליקלעכע צייט –
זיין וועט דאָס מאכל
צו גאָט און צו לייט!




0 Comments:

Post a Comment

<< Home