יוסף קערלער / דאָס געזאַנג צווישן ציין

Thursday, November 30, 2006




מאַמע־לשון

מיין מוטערלעכע שפּראַך,
מיין יידיש מאַמע־לשון,
דיין פלעמעלע, מיר דאַכט,
אָט ווערט עס אויסגעלאָשן...

אָט האָט מען פראַנק־און־פריי
דיין שריפט אויף בליי צעגאָסן,
דערנאָכדעם מיטן בליי –
די דיכטער אויסגעשאָסן.

אָט האָט מען שטיל, אָן רעש,
פאַרברענט שוין דיינע ספרים
און ס'האָבן זייער אַש
די ווינטן שוין באַוואָרנט.

נאָר ס'פּיקט זיך אויף דער צונג
דאָס לשון דאָס פאַרווערטע,
ס'טוט ממזריש אַ וואונק
פון ערגעצוואו – אַ ווערטל,

ס'טוט פּלוצעם ווי אַ בליץ
פון צווישן שווערע כמאַרעס, –
אַ שניידנדיקער וויץ
אויף המנען, אויף פּרעהן.

אַ ניגון טוט אַ נעם,
אַ צופּ פאַר דער נשמה
און ס'פלייצן פון דער פרעמד,
פון אַלע זייטן שטראָמען –

סיי לעבעדיק, סיי טויט,
סיי יונגע און סיי אַלטע, –
ניטאָ נאָך יענע נויט,
וואָס קאָן דעם גאַנג פאַרהאַלטן.

די מיילער – טרוקן־בראַנד,
ווי צו אַ קוואַל זיי קומען:
אַ ייד און אַ מאַראַן,
אַ גר און אַ משומד.

מע קומט אַהין וואו ס'רופט,
מיט אויפרייס אָנגעלאָדן,
דאָ הייסע וואָרט, אין לופט
אין פרישער אויסגעבאָדן.

און ס'קלינגט און זינגט און לאַכט
דער גאַנצער וועלט אויף חידוש,
די יאָדערדיקע שפּראַך,
מיין מאַמע־לשון יידיש.



0 Comments:

Post a Comment

<< Home