יוסף קערלער / דאָס געזאַנג צווישן ציין

Thursday, November 30, 2006


צום יורש

...אָבער מער פון אַלץ וואָלט איך דיר ווינטשן
און מיט ברויט און טויט באַשווערן כ'וועל –
זאָלסט אין זיך דיין אָפּשטאַמונג ניט לינטשן
און ניט פאַלן פאַר קיין פרעמדער שוועל.

זאָלסט פאַר פאַלשע אָפּגעטער ניט קניען,
בלינד צו זייער בלענדעניש פאַרבלייב,
מעגן זיי ווי זיבן זונען גליען,
אָדער שניידן שטיקער פון דיין לייב.

טאָמער אַנדערש און דו וועסט פאַרראַטן,
וועל איך ניט פאַרשעלטן, קינד מיינס, ניין!
ס'האָט פאַר דיר קיין קללה ניט דער טאַטע,
מיט דער צייט וועסטו פאַרשעלטן זיך אַליין.

בלייבן וועסטו אָפּגענאַרט און עלנט,
ווי אין וויסטע צווישן מענטשלעכן געדרענג.
און פון אַלע טויערן און שוועלן
וועט מען שטיינער נאָכוואַרפן – געדענק!

אָט דאָס וואָרט האָט אויסגעהאַקט דיין טאַטע
מיט די קולעקעס און מיטן קאָפּ אויף קראַטן.




0 Comments:

Post a Comment

<< Home