אוקראַינע
אוקראַינע, אוקראַינע – וויגלאַנד אוקראַינע,
בענקשאַפט מיינע, ליבשאַפט מיינע, דורותדיקע שינאה.
כ'וויל דיך אויספליקן פון האַרצן –
פאַר די כלבים וואַרפן,
וואָס זשע כישופט מיך די קאָבזע,
גלייך ווי דוד'ס האַרפע?
שווייג שוין, בעט איך, בלינדע דאָליע,
כ'האָב זיך מיינע זאָרגן.
די געזאַנגען וועגן גאָנטען? –
גאָנטע וויל מיין גאָרגל!
ביסט פאַרקאָוועט אין די קייטן
מיינע ביינער דרעשן,
נאָר באַפריי דיך אויף אַ וויילע –
פינקלט אויף דיין מעסער!
מילד און ווייך דיין בלויער הימל איבער מיין באַגינען.
ווייט בין איך פון מיין פּאָדאָליע
אין דער וועלט פאַרלאָרן,
נאָר סע רוישט הינטער די פּלייצעס
דיין געדיכטער קאָרן,
און סע לעשן מיינע ליפּן
דיינע שטילע גראָזן,
כ'זאָל פאַרגעסן ווי זיי זענען
מיט מיין בלוט פאַרגאָסן.
אוקראַינע, אוקראַינע, אוי געזאַנגען זיסע,
זאָלן מיינע קינדסקינדער די בענקשאַפט מער ניט וויסן.
יאָ, די בענקשאַפט און די ליבשאַפט
און די דורותדיקע שינאה.
אוקראַינע, אוקראַינע –
שטיפלאַנד אוקראַינע.
0 Comments:
Post a Comment
<< Home