יוסף קערלער / דאָס געזאַנג צווישן ציין

Thursday, November 30, 2006





יינגלעך און מיידלעך ביי דער מאָסקווער שול

זיי קומען זיך אַהער
צוזאַמען
ווי הינטלעך, וועלכע זוכן בלינד
די ברוסט פון זייער מאַמען...

קינדער מיינע – קידער ווידער –
זיי ווייסן דאָך קיין וואָרט אין סידור,
קיין יידיש וואָרט,
טאָ וואָס האָט זיי צונויפגעבראַכט
צו אָט דעם אָרט?
אַהער, וואו די קאָלאָנעס
בייגן זיך פאַר ווייבערשע געוויינען,
וואו ס'פלעמלען זקנים
אין די ווינקלען שטילע,
הייזעריקע
פון פאַרטיפטער תפילה,
אַהער – צום אויסגעטרוימטן
אין תעניתים
טייך פון מילך און האָניק –
צי קומען זיי פון פאָרמולעס
פון קוואַנט און עלעקטראָניק?
צי ס'האָט פאַריאָגט אַהער
דער שניידנדיקער ווינטער,
וואָס ביזן ביין און ביזן בלוט
מלבושימלעך מאָדערנע
שינדט ער?

צי אפשר גאָר – דער אַלטער
יידישער להכעיס,
ווען ס'בייזע אויג – אַ שווערד אַ קאַלטע,
ביי אונדזער אָטעם – וואַך איז?

פון פאַקולטעטן, פון זאַוואָדן
און פון דער אָפּגעפרעמדטער היים,
ווי אונטערוואַסער־שיפלעך,
אין געהיים...
זיי טויכן פּלוצעם אויף
ביי אויסגעטראָטענע,
ביי גרייזע טעמפּלטרעפּ,
די שטאָלצע בליענדיקע קעפּ
פון מיינע קינדער.






0 Comments:

Post a Comment

<< Home