יוסף קערלער / דאָס געזאַנג צווישן ציין

Thursday, November 30, 2006


אויב וואַרפן...

אַ מאָל כ'קאָן וועמען מוחל זיין,
נאָר קיינמאָל – זיך אַליין.
אויב וואַרפן, זאָלט איר וואַרפן
אין מיר דעם ערשטן שטיין,

נאָר דעמאָלט, ווען כ'בין שולדיק,
אויב ניט – איך וואַרף צוריק!
פון טויזנטער פאַרדראָסן –
דאָס האַרץ מיינס איז צעפליקט,

אויף טויזנט שאַרפע שפּליטערס,
אויף טויזנט שטיקלעך שטיין,
וואָס כ'וואַרף זיי אָן רחמנות
אויף אייך, אויף אייך אַליין.

פאַר טויזנטער אָבידעס,
וואָס כ'בין קיין איינע ווערט,
איר ווילט מיין שטאַם ניט מוחל זיין?!

האָב איך אייך אין דר'ערד!




0 Comments:

Post a Comment

<< Home