יוסף קערלער / דאָס געזאַנג צווישן ציין

Sunday, January 21, 2007



*
סע זאָגט צו מיר
מיין יידיש לשון:
אויף אַלע טויקן פון דער וועלט
מע האָט מיך
ווי אַ סנאָפּ געדראָשן.
און דאָך האָב איך
די זוימען אויסגעהיט,
פון וועלכע
ס'וואַקסט אַרויס
דיין ליד.
און אויסגעדראָשן כ'וועל ניט ווערן,
ניט אויסלעשן כ'וועל מיינע רייד –
צו פיל נאָך – טרערן,
צו ווייניק – פרייד.

0 Comments:

Post a Comment

<< Home