יוסף קערלער / דאָס געזאַנג צווישן ציין

Sunday, January 21, 2007



חשבון

און טאָמער וואָס –
דו הערסט ניט אויף צו מאָנען,
און טאָמער וואָס –
דו הערסט ניט אויף דערמאָנען,
אַז איך פאַרגעס:
דיין לופט איך אָטעם,
דיין וואַסער טרינק איך,
דיין ברויט איך עס...

ווי הינט פאַרלויפן אָט די טענות
מיינע טריט.
גענוג!
מיר זיינען קוויט!
פאַר אַלץ,
פאַר אַלץ האָב איך באַצאָלט
און דווקא ניט מיט "יידיש גאָלד",
און דווקא ניט מיט "כיטרע גענג",
וואָס מאַכן דיר דיין ברייטקייט ענג.
געצאָלט האָב איך פאַר יעדן ביסן –
פון זיך אַליין די הויט געריסן,
געשפּיגן האָב איך שטיקער לונג
פאַר יעדן מינדסטן וואַסער־שלונג,
פאַר יעדער אָטעם לופט איך האָב
אַ שווערד געשפּירט איבער מיין קאָפּ.

און ווילסטו וויסן – איז דיין מאַכט
געפעסטיקט אויף מיין שווייס און מאַרך,
און אויך מיין בלוט, אויב וויסן ווילסט,
מיט גרונטוואַסער געזאַלצן פליסט,
מיט חיִות דורך די וואָרצלען פלייצט,
אַז אויפגיין זאָל געשמאַק דיין ווייץ...

נאָר איך, זעסטו, איך האָב קיין טענה:
ס'איז דיינס דאָס לאַנד, די ערד איז דיינע
און אַלץ, חוץ מיר, אויף אָט דער ערד,
צו דיר אַליין, צו דיר געהערט,
און מיך – לאָז אָפּ! פאַרהאַלט מיך ניט.

מיר זיינען קוויט!




0 Comments:

Post a Comment

<< Home