יוסף קערלער / דאָס געזאַנג צווישן ציין

Sunday, January 21, 2007

מיט פּושקינען, מיט בלאָקן

ווען כ'פרעג זיך אָן
ביי מיינע גרויסע גייסטער,
וואָס וואָלטן זיי מיר ענטפערן,
צי ווייסט איר?

ווען כ'טו אַ פרעג
ביי מיינע ליבע אַלעקסאַנדערס,
זיי
וואָלטן זיך געחידושט:
– מעגסטו אַנדערש?

דער זעלבער טוי
ברענט אויס
אויך דיינע אויגן,
ביז וואַנען
ס'קאָן די זון אַ מאָל אַרויס...
ביסט פריי געווען און גרויס,
ביסט אויסגעוואַקסן
ניט נאָר מיט דיינעם,
אויך מיט אונדזער ניגון –
גלייך־אויס די אַקסלען,
שפּרייט די פליגל
און פלי –
ס'גייט אויף דאָס ליכט!
דיין שעה – זי שאַלט אין שופר־של־משיח
און ס'קלינגט באַגלייטנדיק
דער נאָווגאָראָדער וועטשע־גלאָק...

אַזוי וואָלט זאָגן פּושקין,
אַזוי וואָלט זאָגן בלאָק.

1969


0 Comments:

Post a Comment

<< Home