יוסף קערלער / דאָס געזאַנג צווישן ציין

Sunday, January 21, 2007

דו זאָגסט...

דו זאָגסט, אַז איך וועל בענקען, –
וואָדען, איך וועל ניט בענקען?
ס'וועט נאָר קיין צייט ניט סטייען
די בענקשאַפט אויסצוקרענקען.

אַלצאיינס פאַרהילט אין אומעט
איז אַלץ וואָס איך פאַרלאָז –
זאָל זיין אַ בוים אַ קרומער,
וואָס ציטערט אויפן פראָסט,

זאָל זיין ביים פּלויט אַ סטויגל,
וואָס אויפן רעגן ווייקט,
זאָל זיין – דער קו־קו־פויגל
וואָס שטום ווערט,
ווען מע פרעגט,

זאָל זיין ביים וועג אַ ברונעם,
וואו לאַנג שוין וואַסער פעלט
און ערגעץ זינגט פאַראומערט
אַ פּויערטע אין פעלד,

זאָל זיין אַז דער ניט־גוטער
די שפּורן שוין פאַרשיט,
וואו ס'האָט אַמאָל געבלוטיקט
מיין ערד, מיין לייב, מיין ליד.

דו זאָגסט, אַז איך וועל בענקען, –
אוודאי וועל איך בענקען!
וואו נעמט מען נאָר די יאָרן
די בענקשאַפט אויסצוקרענקען?

1969

0 Comments:

Post a Comment

<< Home