יוסף קערלער / דאָס געזאַנג צווישן ציין

Sunday, January 21, 2007

*

און ס'וועט שפּאַלטן
דעם וואָלקן
אַ בליציקער שניט, –
ס'וועט ווי בלוט פונעם גאָרגל
אַ שפּאַר טאָן
שאַליאַפּינס אַ ליד...
און אַזוי ווי די וואָלגע,
זי וועט זיך צעגיסן
און פאַרשלינגען זי וועט
אין די טיפן, – פאַרשליסן
אַלע מיינע ביטערע פאַרוואָסן,
אַלע מיינע בלוטיקע פאַרדראָסן...
וואָס קאָנסטו דען טאָן
מיט אַ טייך,
וואָס האָט זיך אַזוי

קיין עין־הרע צעגאָסן?..





0 Comments:

Post a Comment

<< Home