יוסף קערלער / דאָס געזאַנג צווישן ציין

Sunday, January 21, 2007

אויפן וועג שטייט אַ בוים

אויפן וועג איז אַ בעריאָזקעלע געוואַקסן
און דער ווינט האָט עס געבויגן ביי די אַקסל:
איי־ליו־ליו, איי־ליו־ליו געבויגן
ביי די אַקסל אירע דינינקע און צאַרטע.
וואָלט עס פליגל וואו געקראָגן כאָטש געגאַרטע,
וואָלט עס דאָך מיט מיר אַוועקגעפלויגן.
איי־ליו־ליו – מיט מיר אַוועקגעפלויגן
צו דעם לאַנד אין שליאַכן אויסגעחלומט,
צו דעם לאַנד אין שלאַכטן אויסגעשלומט,
צו דעם לאַנד פון מיינע קינדסקינדער און אבות.

איז דאָך דאָס ניט מער ווי אַ קאַטאָוועס!
איי־ליו־ליו – ניט מער ווי אַ קאַטאָוועס.

אויפן וועג שטייט אַ בעריאָזקעלע געבויגן,
כ'פלי פאַרביי –
פאַרוויינט זענען די אויגן.
איי־ליו־ליו – פאַרוויינט זענען די אויגן.

1969

0 Comments:

Post a Comment

<< Home