יוסף קערלער / דאָס געזאַנג צווישן ציין

Sunday, January 21, 2007

*

מיין טייער וויגלאַנד,
בלייב געזונט –
איך גיי פון דיר אַוועק,
נאָר ניט ווי אַ געיאָגטער הונט,
וואָס אויפן פייף, צי אויף אַ לעק
איז גרייט
אַ שפּרינג טאָן אויף צוריק,
אַ דריי טאָן מיטן עק...

איך גיי אַוועק פאַרעקשנט שווער,
ס'וועגט יעדער שפּאַן אַ פּוד,
כ'רייס אָפּ דעם טראָט
מיט שטיקער ערד,
פאַרמישטע מיט מיין בלוט.
כ'רייס אָפּ דאָס אויג,
כ'רייס אָפּ דאָס האַרץ
און ווינטש –
זאָל זיין דיר גוט!

1956


0 Comments:

Post a Comment

<< Home