יוסף קערלער / דאָס געזאַנג צווישן ציין

Sunday, January 21, 2007

*
דעם דריטן טאָג אַ שטיקל ברויט,
גיב אָפּ דאָס לעצטע העמד,
שינד אָפּ פון זיך די לעצטע הויט,
נאָר בלייב ניט אין דער פרעמד.

ס'וועט יעדעס ביימל בעטלען – בלייב!
ס'וועט ברומען יעדער שטיין,
די קינדהייט – רייסן שטיקער לייב
וועט מיט איר דין געוויין,

דער היגער ניגון ביי דיין וויג
וועט מאַכן גרייז און גראָ,
נאָר גיי און קוק ניט אויף צוריק
און אין אַ גוטער שעה!

1956


0 Comments:

Post a Comment

<< Home