יוסף קערלער / דאָס געזאַנג צווישן ציין

Sunday, January 21, 2007



*

אין בלוט און פלאַם געשייערטע,
געוואַשענע אין טרערן,
גיב גאָט, דו זאָלסט, מיין טייערע
אַמאָל כאָטש ריינער ווערן!

די זעלבע פעלדער טרויערן,
די זעלבע הימלען פרירן,
די זעלבע זשעדנע אויערן,
די זעלבע – די מונדירן.

און אויך די אויגן בויערן
פון יעדער זייט – אַנטקעגן,
און אויך די שרעקן לויערן
אויף אַלע דיינע וועגן.

נאָר צייטן, זאָגט מען, בייטן זיך –
די הימלען שוין צעשלאָסן,
שוין אַנדערע די ווייטקייטן,
און אַנדערע די מאָסן.

און ס'קאָן קאַווקאַז ניט העלפן שוין
מיט אַלע בערג און שפּאַלטן
פון די אָבלאַוועס וועלפישע
אַ דיכטער אויסבאַהאַלטן.

1953


0 Comments:

Post a Comment

<< Home