מאַמע־לשון
מיין יידיש מאַמע־לשון,
דיין פלעמעלע, מיר דאַכט,
אָט ווערט עס אויסגעלאָשן...
דיין שריפט אויף בליי צעגאָסן,
דערנאָכדעם מיטן בליי –
די דיכטער אויסגעשאָסן.
פאַרברענט שוין דיינע ספרים
און ס'האָבן זייער אַש
די ווינטן שוין באַוואָרנט.
דאָס לשון דאָס פאַרווערטע,
ס'טוט ממזריש אַ וואונק
פון ערגעצוואו – אַ ווערטל,
פון צווישן שווערע כמאַרעס, –
אַ שניידנדיקער וויץ
אויף המנען, אויף פּרעהן.
אַ צופּ פאַר דער נשמה
און ס'פלייצן פון דער פרעמד,
פון אַלע זייטן שטראָמען –
סיי יונגע און סיי אַלטע, –
ניטאָ נאָך יענע נויט,
וואָס קאָן דעם גאַנג פאַרהאַלטן.
ווי צו אַ קוואַל זיי קומען:
אַ ייד און אַ מאַראַן,
אַ גר און אַ משומד.
מיט אויפרייס אָנגעלאָדן,
דאָ הייסע וואָרט, אין לופט
אין פרישער אויסגעבאָדן.
דער גאַנצער וועלט אויף חידוש,
די יאָדערדיקע שפּראַך,
מיין מאַמע־לשון יידיש.